רעקלאמעס אין די אנגלא-אידישע צייטונגען אין די שטאט פיטסבורג, פענסילוועניע פון שנת תש"ט מעלדן איבער די גרייטקייט פון צוויי גאר חשוב'ע מוהלים צו באדינען די אידישע געמיינדע
הגאון רבי אברהם בנימין זילבערבערג זצ"ל אב"ד פיטסבורג - אויסער זיין גאונות בתורה וצדקות ה' שעשה, ובפרט מיט זיין ארבייט כל ימיו עלי אדמות זיך אפצוגעבן ארויסצוגעבן ספרי הגאון מהרא"ל צינץ זצ"ל מפלאצק וואס מיט דעם איז ער געגאנגען בדרכי אבותיו, וואס זקנו הגאון רבי חיים יעקב נפתלי זילבערבערג זצ"ל פון ווארשא האט אנגעהויבן.
ווערן מיר געוואור פון אט דעם רעקלאמע אז דער פיטסבורגער רב האט אויך עוסק געווען במצוות מילה, להכניס בני ישראל בבריתו של אברהם אבינו עליו השלום. און אויף צוציען די אמעריקאנער אידן בימים ההם אז זיי זאלן נישט לאזן זייערע קינדער גע'מל'ט ווערן דורך דאקטוירים אין די שפיטעלער, מיט פארשידענע געזונטהייט און זיכערהייט אויסריידן, האט ער געלאזט אדעווערטייזן אז ער פירט דורך די ברית'ן געשוואונד און זיכער!
זכותו הגדול יגן עלינו
אן אנדערע מודעה טרעפן מיר פון יענע תקופה, דאס איז פון הרבני התורני ר' חנוך העניך קראהן ז"ל וועלכער האט בימים ההם געוואונט אין מקקיספארט, פענסילוועניע וואו ער האט געדינט אלס ש"ץ און שו"ב, האט ער אויך זוכה געווען מכניס צו זיין הונדערטער קינדער בבריתו של אאע"ה און עד היום גייען זיינע קינדער און אייניקלעך בדרכיו, צווישן זיי איז דער באקאנטער פה מפיק מרגליות ר' פסח קראהן הי"ו וועלכער איז אליינס א מוהל שוין צענדליגע יארן כולם שוין לטובה.
ווי מ'זעהט פון די מודעה האט ר' העניך קודם געוואונט אין סקרענטאן, פענסילוועניע וואו עס האט זיך פון לאנגע יארן פארמירט גאר א היימישע אידישע ישוב און מיט די צייט איז ער אריבער וואונען קיין מקקיספארט פא. דארט האט ער באקומען די שטעלע אלס ש"ץ ושו"ב פון די קהלה "גמילת חסד" אויף די דריטע גאס, און אין די זעלבע צייט איז ער געווען א סערטיפייד מוהל אין די מאנטיפיורא שפיטאל און אין די אנדערע פיטסבורגער שפיטעלער.
-
א הארציגן דאנק פאר הרב פישל פ. חבר "מורשת חכמי אמעריקא" פאר די געפונסן, ישלם ה' פעלו לטובה ותהי משכורתו שלימה מעם ה'
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה